אונדזער שטעטל ברענט
04/06/2005 ו
הדפס מאמר
ווערטער און מוזיק : מרדכי געבירטיג.
ס'ברענט ברידער עס ברענט
אוי אונדזער שטעטל נעבעך ברענט,
בייזע ווינטן מיט ירגזון,
רײַסן ברעכן און צעבלאָזן
שטאַרקער נאָך די ווילדע פֿלאַמען
אַלץ אַרום שוין ברענט !
רעפֿרען:
און איר שטייט און קוקט אַזוי זיך,
מיט פֿאַרלייגטע הענט.
און איר שטייט און קוקט אַזוי זיך,
אונדזער שטעטל ברענט.
סברענט, ברידעלעך ס'ברענט,
אוי אונדזער אָרעם שטעטל נעבעך ברענט,
ס'האָבן שוין די פֿײַער צונגען ,
ס'גאנצע שטעטל אײַנגעשלונגען,
און די בייזע ווינטן הוזשען,
ס'גאַנצע שטעטל ברענט !
רעפֿרען: און איר שטייט ...
ס'ברענט ברידעלעך ס'ברענט
אוי ס'קען חלילה קומען דער מאָמענט.
אונדזער שטאָט מיט אונדז צוזאַמען,
זאָל אַוועק אין אַש און פֿלאַמען ,
בלײַבן זאָל ווי נאָך אַ שלאַכט,
נאָר פּוסטע שוואַרצע ווענט.
רעפֿרען: און איר שטייט ...
ס' ברענט ברידעלעך ס'ברענט.
די הילף איז נאָר אין אײַך אלײַן געווענדעט,
אויב דאָס שטעטל איז אײַך טײַער
נעמט די כּלים לעשט דאָס פֿײַער,
לעשט מיט אײַער אייגן בלוט,
באַווײַסט אַז איר דאָס קענט.
שטייט נישט ברידער אָט אַזוי זיך,
מיט פֿאַרלייגטע הענט !
שטייט נישט ברידער, לעשט דאָס פֿײַער,
אונדזער שטעטל ברענט !
הגב לתגובה זו